זאג נאר, קומסט מיר געלט...
איך קום דיר געלט?
אה, שוין ווייטער געלט, הא?
ארים רייך- שטארק און שוואך
אלץ ארום די זעלבע זאך
ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט
קרובים היינט- מארגן פיינט
איבערמארגן פרישע פריינט
אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאללער, פונט
מ'אקערט זייעט- מ'בארגט מ'לייעט
מ'לייגט אריין מ'קוועטשט און דרייט
יעדער האט די זעלבע ציל פארדינען געלט בניקל
מ'פליט אין וועג- וואכן טעג- נאך די געלט אזא געיעג
נאך א דאלער פראנק און פונטען
ס'מעג זיין אויך א שקל
פרובירט צו זיין א העלד- זיין ווארט יעדעם געפעלט
ווער ס'האט די מאה- האט די דעה
ווען עס קומט צו געלט
אן ארעמע געצעלט- א רייכע פנים שטעלט
א יעדע שמויגער- פאר זיך טויג ער
ווען עס קומט צו געלט
אנשטאט זיך זארגן- טרעפט ווי צו בארגן
ס'קומט צום באצאלן- כסף מנלן
די טשעק'לעך קראכן- לויפט צו גמ"ח'ן
נישט דא קיין ערב- ער זוכט א קרוב
פון וואנעט- ווער באצאלט ביז דאנעט
ווי גרויס די יאר איז- בין איך אויף צרות
מיין פאון אפהאקען- און אראפקנאקן
כ'קען נישט באצאלן- כסף מנלן
אין שול מ'גייט נאך געלט
אין גאס מ'רעדט פון געלט
איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב
מ'בעט שוין ווייטער געלט
כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט
מ'זאגט א הלצה- א שונא בצע
באקומט מען היינט פאר געלט
דאס הארץ צופליקט- דער שותף דריקט
פון געלט עס ווערט אזא קאנפליקט
פון יעדע צוועק ער לויפט אוועק
ווי פון א שווערע לאגע
די ביזנעס בליהט- ער ווערט נישט מיד
ווי מער ער האט די קאפ אים פליט
ווי עס שטייט מרבה נכסים איז אויך מרבה דאגה
ארים רייד- שטארק און שוואך
אלץ ארום די זעלבע זאך
ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט
קרובים היינט- מארגן פיינט
איבערמארגן פרישע פריינט
אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאללער, פונט
דאס לעבן ווערט פארשנעלט
נאר דאגות קומט פון געלט
דעס לעבן קאסט- וויפיל דו האסט
אלץ פעלט אויס נאך נאך געלט
וואס האט מען פונם געלט- פון גשמיות מ'קוועלט
ס'זעהט אויס גוט- מ'נעמט נישט מיט
עס בלייבט גארנישט פון געלט
זיך איבעררייסן – זיך איבערפלייסן
פאר אלע מיני- נישט דווקא גרינע
די יונגע יארן – די געלטער שפארן
איז שוין אן אלטער- דאך געלט באהאלט ער
פארביטערט- זיין האנט שוין ציטערט
ער איז קוים ביים זינען- וועט געלט נישט רינען
ביי אים וועט בלייבן- די טשעקלעך שרייבן
אן אלט נערוועזן – ער קארגט אויף שפעזן
אין שול מ'גייט נעך געלט
אין גאס מ'רעדט פון געלט
איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב
מ'בעט שוין ווייטער געלט
כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט
ס'זעהט אויס גוט – מ'נעמט נישט מיט
עס בלייבט גארנישט פון געלט
אביסל כשר געלט- מיט מצות אויף דער וועלט
דאס זעהט אויס גוט- דאס נעמט מען מיט
עס בלייבט אויף יענע וועלט
פאר יעדעם עס געפעלט
ווען גוט'ס מען טוט מיט געלט
איך פרעג ביי דיר- נו זאג'זשע מיר
וואו קען מען שאפן אפאר דאלער?
לאז שוין אפ די געלט!!!
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri