Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - The Gemara Story şarkı sözleri

Sanatçı: Michoel Schnitzler

albüm: Continuous Dancing III - Simchas Bais Hashoeivah


די גמרא פארציילט אונז ווי שיין האט אויסגעזען
די הייליגע שטאט ירושלים
שמחת בית השואבה וויאזוי איז געווען
בזמן שבית המקדש היה קיים
אוי באשעפער אוי טאטע דאס הארץ בענקט
אשרי עין ראתה
טאטעס אויך זייערע קינדער געברענגט
און חסידים ואנשי מעשה
צוויי מנורות די הויעך פופציג אמות,
געבויט אויף די שענסטע אופנים.
די קנויטעלעך געווען געפלאכטן צונאזאם-איז,
פון די גארטלען פון די כהנים.
כהנים זענען ארויף געלאפן אויפן לייטער,
מיט אויל קריגלעך דרייסיג לוג,
יעדן קנויט האט געצינדן א צווייטער,
מיט קדושה מיט שמחה און גליק,
די מנורה האט אנגעהויבן ברענען אויף ארויף,
אלע הערצער געווארן אויפגעראכטן
אין גאנץ ירושלים איז נישט געוועזן קיין הויף,
וואס איז נישט געווארן באלאכטן.
חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים לפניהם,
ווי גרויס איז געווען דער כבוד שמים.
ואבוקות של אור שבידיהם,
האט באלאכטן גאנץ ירושלים
אוי יאם אוי יאם...
אוי יאם יאם...
אוי באשעפער אוי טאטע דאס הארץ בענקט
אשרי עין ראתה
טאטעס אויך זייערע קינדערלעך געברענגט
און חסידים ואנשי מעשה
די לוים זענען געשטאנען אויף פופצן שטיגן,
להודות להלל ולקלס.
מיט זייערע פידלעך מיט א שיינעם ניגון,
געזינגען די פופצן שיר המעלות.
צדיקים האבן געטאנצט מיט די שכינה מיט געפיל,
אלע אידן כולם מסתכלים.
דער הייליגער תנא רבי שמעון בן גמליאל,
האט געטאנצט מיט אכט ברענעדיגע פאקלען.
הלל האט געזאגט אם אני כאן הכל כאן,
ווען אידן טוען תשובה מיט אמונה.
זאגט דער באשעפער איך וויל מיט זיי זיין,
עס פרייט זיך מיט זיי די שכינה.
חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים לפניהם,
ווי גרויס איז געווען דער כבוד שמים.
ואבוקות של אור שבידיהם,
האט באלאכטן גאנץ ירושלים.
טאטע טאטע מיר ווארטן שוין אזוי לאנג,
דאס צו זעהן נאכאמאל.
חסידים ואנשי מעשה וועלן טאנצן מיט געזאנג,
ותפארת בית ישראל.
בעטן מיר אלוקינו ואלוקי אבותינו,
יכונן את בית חיינו,
והשיב את שכינתו בתוכנו,
במהרה בימינו.

Поcмотреть все песни артиста

Sanatçının diğer albümleri

Benzer Sanatçılar