אויף אלע שטעגעלעך
פיל פערד און וועגעלעך
פאָרן אויף שבּת קודש צום רבּינ'ס אכסני
ארים און פאַרמעגליך
קומען אָן טעגליך
צום הייליגן רבּי'ן, דער בּעל התּניא
א זמן א צוגעפּאַסענע
דער רבּי מאַכט חתונה
יעדער טוט זיך מיט א לעכטיג אור רישן
דער מחותּן נישט אבּי ווער
דער הייליגער בּארדיטשוב'ער
א חתונה א זעלטענע א היסטאָרישן
פון זונטיג בּיז פרייטיג
עולם הזה מ'בּאַזייטיגט
מען פארט צום צדיק צום רבּי'ן אין הויף
שנעל דעם פערדל טרייבּ עס
פארשטייט זיך אז מ'בּלייבּט בּיז
דעם הייליגן שבּת יום שכּולו טוב
א ריקוד א טענצעלע – א גלעזעלע לחיים
יעדער דאָס רענצעלע – שלעפּט זיך מיט בּיי אים
מ'זינגט בּשיר ורננים – קיינער אויסגעשלאָסן
א שמחה אויפ'ן פּנים – אויף יעדן אויסגעגאָסן
פון קראקא פון וואַרשא – ס'קומט א קבוצה'לע
ר' מענדל ר' האַרשע – ר' שמואל און ר' איצעלע
א תּורה אויף די פּרשה – א מליצה'לע
א חסיד'ישע שמועס'עלע
לקראת שבּת, לכו ונלכה
יעדער איינער מיט געפילן פרייליכע
בּואו ונצא לקראת כּלה
שבּת מלכּתא
אין רבּינ'ס הויז
מ'טוט גלאנצן און בּיגעלען
אויך אינעם קלויז
טוט שיינען און שפּיגעלען
פון אויוון ארויס צוויי קוגעלען
געשעפּט וואסער אין די קריגעלען
די רבּיצין ווייסט
געדענקט נאך פון פריער
די משרתת זי הייסט
פארשפּארן די טיר
די געסט וואס קומען פון אלע עקן פיר
נישט נעמען קיין מאכלים פון איר
פרייטאג צונאכט
די חתונה קומט פאר
וצדיקים ישמחו יעלצו
מ'ווערט נישט אפּגעשוואכט
ס'איז לילה כּיום יאיר
צו שלאפן גיין קיינער נישט זיך איילט צו
צדיקים יראו
א לעכטיגע צורה
אויף די פיסעלעך קוים שוין מ'שטייט
שוין פארטאגס פירע
די גאנצע חבורה
צום רבּי'נס דאווענען מ'מאכט זיך גרייט
איין חבריא קדישא
מיט כּוחות פרישע
זיי קלערן לאמיר דאווענען אות בּיי אות
אין מקוה א טבילה
כאפּן זמן תּפילה
און מ'וועט דאווענען בּיים עלות
נאכ'ן דאווענען זיי ווילן
דעם הונגער אפּצושטילן
פּראווענען א קידושׁזאגן א דבר חידוש
ׁא הערינג א מאַטיאַש
א לעקאך צו א קוכן
זיי זענען נישט מייאש
זיי טוען ווייטער זוכן
דער חסיד ר' שׁמואל מונקעס
אריינגעקראָכן פלינק איז
דורכ'ן פענסטער ער טרעפט א גרויסן קוגל
די פרייליכע יונגעלייט
הנאה געהאַט
ווען חסידים פרייען זיך צו פּרנסה מסוגל
די רבּיצין שפּעטער
קומט אריין אין קאָך
אויפ'ן אָרט זעט איר
געפערליכע בּראָך
מיט טרערן זי לויפט אריין צום רבּי'נס שטיבּל
ר' שׁמואל צו דין תּורה מוז קומען
רבּי זי שרייט, געפּלאָגט אנגעגרייט
געוואַשן געזייט, ס'קיין קלייניגקייט
מיט כּוונות געשניטן די קאַרטאָפל די צוויבּל
די חסידים האָבּן אלעס צוגענומען
דער רבּי לאָזט רופן
דעם חסיד דעם טיפן
ר' שמואל וואָס איז שטענדיג
פרייליך בּגילופין
הער מיך צו, ער זאגט איר
איך פארשטיי וואָס פּלאגט דיר
נאר שבּת ווייסט לכאורה
מ'פירט נישט קיין דין תּורה
נישט פארגעסן האט זי
צוריק געקומען מוצאי
ר' שמואל קומט אויך
צוריק צום רבּינ'ס דירה
זיין שמייכעלע ער האַלט אָן
און ער רופט זיך בּאַלד אָן
די רבּיצין זאָל אנהייבּן, מיט די טענות אירע
מיט געוויין זי קלאגט
איך האָבּ מיך געפּלאָגט
געארבּעט אזוי שווער לכּבוד שבּת שלום
און איידער ס'האט געטאָגט
אלס וואָס כ'האָבּ פאַרמאָגט
די חסידים צוגענומען די מאכלים
ר' שׁמואל ער זיצט דאָרט
אין די זייט שטיל
דער רבּי פרעגט אים צו זאָגן עפּעס ער וויל
שׁמואל דאָס וואָרט
יעצט אינגאַנצן דיין איז
לייג מיר פאָר דיינע טענות
ער זאָגט אויפן מינוט
איך האָבּ קיין טיינע ניט
ס'איז געווען גוט
געהאט אפעטיט
רבּי, איך האָבּ קיין טענה, ניין
די קוגל איז גוט געווען
דער רבּי געט א שמייכל
מיט זיין הייליגן בּליק
ר' שמואל האט דעם שכל
א געדאנק גאָר בּליציג
אין רבּי'נס היכל
די שמחה איז צוריק
געוואָרן פרייליך און לוסטיג
דער הייליגער רבּי
זאָגט אויף דעם תּורה
שטעלט זיך א גרויסע קשיא לכאורה
שבּת צופרי
א איד נעמט זיך די מי
מיט א בּרען צום סידור'ל גייט צו
ער געט א געשריי
נשמת כּל חי
מיט בּיידע הענט אין די הייעך
ער פילט זיך געראָטן
פּלוצלינג קומט דער שטן
אין הימל פרעגט ער ווי איז דאס שייך
ווי קען ער דאַווענען
נאך אזאַ וואָך פּּראַווענען
ס'איז דאָך נישט געווען אזוי צום גוטן
יעצט שבּת וואָס מיינט ער
בּיים דאַווענען וויינט ער ער שטעלט זיך אהער
ווי א גאנצע מחותּן
ענטפערט אויף דעם דער הייליגער בּורא
שבּת איז נישט קיין זמן פאר דין תּורה
דער בּאַשעפער דעם שטן אין די זייט ער ריקט
לאזט אים נישט זיין מקטרג
זונטאג קומט ער ווידער מיט טענות נאך און נאך
קוק וויאזוי ס'איז געווען די גאנצע וואך
צו א דין תּורה, איך רוף אים צום בּית דין
דעם איד פרעגט מען וואס איז דיין טענה געוועזן
דער איד טוט אויפשיינען
צום בּאַשעפער ער זאגט
איך טו גארנישט טענה'ן
ס'איז געווען גוט
דער נשמת איי, ס'האט דאך אלע טעמ'ן
מ'איז מסכּים מיט אים צוזאמען
ווייל א איד
סיי אין וועלכע מצב
ּּּּדער בּורא האט אים ליבּ
מתּחלה ועד סוף
ס'איז דאָך נישט דאָ קיין שאַץ אויף
א קרעכץ וואָס איז אמת ויציב
אלע אינאיינעם
בּרודערלעך צוזאַם
נישט אויסלאָזן קיינעם
אָן קיין אויסנאַם
מיט אזויפיל טעם
די נשמה פלאם
שבת אחים גם
לקראת שבּת לכו ונלכה
מיר גרייטן זיך מיט געפילן פרייליכע
ליום שכּולו שבת, שבּת מלכתא
בּירושלים הבּנויה
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri