מענדי מענדי מענדי
געמיר דיין בייק כ'וועל דיר קויפן א קענדי
סענדי סענדי סענדי
געב מיר א רייד כ'על דיר קויפן א קענדי
יענק'ל! שרייט אויס צבי
קויף מיר אויך, בעט איך דיר
אלע קינדער לויפן צו
מיט יענק'ל צום גראסערי
ווייל די קינדער שפּילן אויף די גאס
איינער שמייכלט איינער האס
איינעם גייט די שפּיל גאר גוט
'דער דריטער יעדעס מאל ער איז 'איט
יענקל'ס בייק ס'פעלט א רעדל
ער האט אבער פון טאטנ'ס לעדל
א שפילצייג א מטבע געטראפן
מען קען פון דעם בעסער נישט האָפן
'און דער געשעפטסמאן איז זיך מחי
גענומען האט ער די מטבע
דערהערט די קינדער'ס געשרייען
און געגעבן נאשערייען
נאך צוגעלייגט פיל בחנם
און געזעהן ווי די מיילער רינען
אלעס מיט א שיינעם דאנק'ל
פאר זייער חבר יענק'ל
מענדי מענדי מענדי
נעם מיין בייק פאר די גוטע קענדי
סענדי סענדי סענדי
דא האסטו א רייד פאר די קענדי
יענקל שרייט אויס צבי
! כ'האב געקויפט פון אלעם, פּשי
מיט א שכח לייגט יעדער צו
פאר'ן אונז נעמען צום גראסערי
יענקל'ס טאטע צוויי טאג שפּעטער
קוקט ארום זיין שאדן זעהט ער
אז דער מטבע איז נישט דא
ער ווערט רויט ווייס און בלוי
און ווען דער אינגל הערט זיין שטימע
ווי זיין טאטע קוקט מיט בייזע ברומען
זאגט ער מיט א קול א דינעם
...איך האב עס בטעות גענומען
טאטי... ווייל מענדי מענדי מענדי
האט פאר זיין בייק מיר געגעבן א קענדי
סענדי סענדי סענדי
האט מיר געגעבן א רייד פאר די קענדי
דער טאטע זעהט ס'איז צרות
עס טויג מיר אויף כפּרות
מיינע קינדער וויסן איר זאלט
דער מטבע איז געווען פון גאלד
איך בין נישט קיין טאטע א רייכן
דאך בעל בתי'ש וויל איך חתונה מאכן
האב איך געהאט בדעה
נאר פון די איין מטבע
יענקל וויינט גאר ביטער
טאטע, בעטן טוט ער
קום מיט מיר צום גראסערי לויפן
די מטבע צוריק אפּקויפן
אה, יחזקאל וואס מאכסטו, ווייסטו, דיין זון איז געווען דא היינט ביי מיר, ער איז געווען מיר אלע קינדער, ער האט]
...נאר געהאט צוויי קאפּיקעס, איך האב אים געגעבן נאך מער קענדי'ס, כ'האב רחמנות געהאט אויף אים
! כ'האב געוואוסט אויפן גנב ברענט דאס היטל, געב מיר שוין צוריק מיין גאלדענע רענדל! ווייל אז נישט ביסטו שופך דם
איך? שופך דם? רענדל? וואס? דו קענסט איבערדרייען די רעכענער, דא האסטו די שליסל פון מיין אפיס, איך בין קיינעם נישט שולדיג אפילו קיין פּרוטה]ס
...די שטאט דרייט זיך איבער
די מעשה פארט ארום ביים ציבור
יעדער האט א גאנצן חיבור
מ'הערט די געשיכטע מיט צויבער
דער געשעפטסמאן איז א רויבער
יעדער לייגט צו פעפער
און אלעס מיינט מען דעם באשפער
יעדע רגע קומט עפּעס צו
קיינער קויפט מער נישט אין דעם גראסערי
מ'שטייט שוין ביי דין תורה
דער געשעפטסמאן ווי א מצורע
נאך פארשידענע ריידעס
דאס קינד קומט זאגן עדות
'מ'דארף נישט נאך א ראי
איך האב אים געגעבן די מטבע
בית דין טוט אפּמאלען
די גראסערי מוז אלעס באצאלן
מ'האט פארמאכט דעם העפטל
פארקויפט דעם גאנץ געשעפטל
זיך געגעסן פארשעמט זיין נאמען
דער געשעפטסמאן ר' אברהמ'ען
וועם יעדער האט בארעדט
ס'האט אים נעבעך אפּגעקאסט א גט
ער פּאקט זיך זעק און פּעק
און פון די שטאט ער מופט אוועק
אין מיטן וועג מיט די געפּאק
גייט אויס מיט א הארץ אטאק
'קוים צען מענטשן א חברי
'געווען ביי די לווי
שטיל שבעה מ'איז געזעסן
און פון די מעשה האט מען פארגעסן
אבער אויף יענער וועלט איז עס געבליבן
ווייל דארט ווערט אלעס פארשריבן
יארן שפּעטער
א בריוול זעהט ער
פון א איד פון ירושלים
געמאכט א שלעכטן נאמען
פאר דיר און אברהמ'ען
וואס איז שוין אין שמים
כ'בין ארום די וועלט
געגאנגען נאך געלט
געקליבן פּרוטה נאך פּרוטה
ביז ביי דיין קינד א מטבע
'האט מיר געווען מחי
אזא ישועה א גוטע
איך האב אים געזאגט קינד מיינס
געב מיר די מטבע דיינס
איך וועל דיר געבן פאר דעם צוויי
שוין! געבט דאס קינד א געשריי
און אזוי האט ער געטון
דיין געטרייער זון
יונגערהייט פון שרעק און וויי
פארגעסן פון דעם איינס צוויי דריי
שפּעטער איך האב געהערט
די וועלט האט זיך איבערגעקערט
מיט די נייעס די פרישע
פון אברהם מיט זיין בושה
און איך האב מיר געשעמט
אינעווייניג גאר שטארק פארקלעמט
איך בין נישט געשטארבן
אברהם איז געבליבן א קרבן
געזאגט האט דאן א גאון
נישטא יעצט מער וואס צו טאן
דער ירושלמי דער ארימאן
איז נעבעך שווער אויך דן צו זיין
און אוודאי אויך נישט דער טאטע
געווען צוריסן ווי א שמאטע
געהערט די עדות פונעם קינד
אבער א קליין קינד איז ריין פון זינד
און זיכער נישט דער גראסערי מאן
וואס איז אין פּעקעלע בחנם אריין
וואס דער דין תורה האט געטון
אלעס גע'פּסק'נט נאר לויט'ן דין
איז ווער איז יא שולדיג ווער
אלע העלפערס גאר העפליך
געקומען ווי גרויסע קאך לעפלעך
קאכן העלפן און מישן
אויף בענק און אויף טישן
וועסטו אויף דער וועלט
און אויף יענער וועלט
...אויך קריגן א קענדי
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri