רבי ישעי'לע קערעסטירער
פון חסד דער פירער
איי מ'קען ווערן נתפעל
איי זיין אהבת ישראל
ארעמע, און בלוטיג
דערהויבענע, גוטמוטיג
איי מ'ווערט אן אנדערער מענטש
איי ווען ר' ישעי'לע בענטשט
איין טאג דער נאמען
דאס קוויטל אברהמ'ען
איי ס'האט זיך עפעס געטון
איי ס'איז רבי ישעיעלע'ס זון
דער גבאי לויפט אינמיטן
רבי, אברהם האט שניטן
איי ס'וועט זיין אבער גוט
איי ס'איז נאר א קליין שניט
רבי ישעי'לע הייבט אן וויינען ווי א קינד אין וויגל
פארשטיין דעם פשט איז קיינער מסוגל
רבי, דו הערסט דיבורים
פיל גרעסערע יסורים
איי וואס איז דער געוויין
אוי דער שניט איז גאר קליין
מיין קינד מיין געליבט קינד
ווער קען פארשטיין אונזער בינד
כ'האב געמיינט איך פארשטיי דעם צער פון יעדן איד, יעדן איד
אבער יעצט זע איך אז וויפיל איך פארשטיי
קומט עס נישט צו, צו מיין ווייטאג,
ווען מיין אייגן קינד טוט וויי א גליד
מיין קינד, מיין געליבט קינד
ווער קען פארשטיין אונזער בינד
כ'האב געמיינט איך פארשטיי דעם צער פון יעדן איד, יעדן איד
יעצט זע איך עס קומט נישט צו צו מיין אייגענע ווייטאג
ווען מיין אייגן קינד טוט וויי א גליד
עס ציפט מיין הארץ
ווען מיין קינד טוט עפעס וויי,
טוט עפעס וויי,
טוט מיר נאכמער וויי
קל קל אדון
שוין גענוג זיך געבאדן
איי ס'איז נישט א קליין שניט
איי וויאזוי ציילט מען בלוט
טוב השם לכל
צו יעדן ביסטו וואויל
איי פארהאן איז א בינד
איי ס'איז גאנץ אנדערש א קינד
מען קען שפירן ווייטאג
פון יענעם ווען זיי קלאגט
איי די אויגן זיך צינדט
איי ווען ס'איז אן אייגענע קינד
אייבערשטער, זע די ווייטאג פון דיין קינד אין וויגל
ווייל מיר קענען מער נישט שלעפן די שווערע ציגל
איי דאס איז דער געוויין
איי דאס איז דער געוויין
מיין קינד, מיין געליבט קינד
ווער קען פארשטיין
איך האב געמיינט איך פארשטיי די צער
פון יעדן פון אייך, יעדן פון אייך
יעצט זע איך
עס מוטשעט זיך מיט ווייטאג אן אייגן קינד
שוין אזויפיל אפגעבריט
און די תורה דאך איר היט
מיין קינד מיין געליבט קינד
ווען איינער איז נישט געזונט
בין איך דער טאטע מאמע וואס שטייט דארט ביים בעט און איך היט
פונקט ווי יעדע טאטע מאמע
וואס גיסט פול מיט ליבשאפט
שפיר איך אויך ווען דיר מיין קינד טוט עפעס וויי
יא איך שפיר, ווען דיר טוט עפעס וויי
טוט מיר עס נאכמער וויי
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri