Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Epes Beser şarkı sözleri

Sanatçı: Michoel Schnitzler

albüm: Leibedige Sifrei Torah


יא יא ווער קלאפט
זיך אויפגעכאפט
מיין טייער קינד רחל'ע זוכט ליבשאפט
עפעס עס דרוקט
פון געוויין געשטיקט
עס איז דריי פארטאגס
אויפ'ן זייגער ער בליקט
א שמייכל זי גיבט
און קוים קוים זי רעדט
טאטי איך וויל זיין דא נאנט צו דיין בעט
מיין קינד, פארוואס נישט
אויף איר שטערן ער קושט
און פון זיינע אויגן א טרער ער ווישט
אין שפיטעלער איר געפירט
אזויפיל שטודירט
די גרעסטע דאקטוירים האבן שוין פרובירט
באשעפער אצינד
רחל איז אויך דיין קינד
מאך איר מאך איר געזונט (מאך איר געזונט)
דאס קינד זי ליגט שטיל
אבער איר הארץ איז פוהל
רחל'ע פארציילן עפעס זי וויל
אינדרויסן באלד טאגט
קוים כח זי פארמאגט
און אט ער הערט ווי עפעס זי זאגט
•••
טאטי דו ווייסט
אז יעדער תפילה הייס
פועל'ט אויס א ישועה, א טרייסט (א ישעוה'לע)
דער אויבערשטער אליין
נעמט יעדן געוויין
און ער ענטפערט קיינמאל נישט ניין
אמאל ענטפערט ער "יא"
וואס מ'בעט גיבט ער יא
און מיר דאנקען הללוקה
אמאל ענטפערט ער "נאכנישט יעצט"
ער פארזעהט נישט קיין קרעכץ
און דאן האט זי געווירבעלט אירע ווערטער איר לעצט
דער באשעפער איז א גוטער
נאר גוטס טוט ער
און אמאל ענטפערט ער, אן ענטפער א דריטער
נישט יא און נישט שפעטער
ווייל עפעס בעסער זעט ער
געטרוי, געטרוי מיך איך בעט דיר
גע'שתדל'ט אין אלע געסער
פרובירט ברעכן שלעסער
אבער ער ענטפערט "מיין קינד, איך האב עפעס בעסער"
דיינע תפילות געהערט
זיין ענטפער צוריק געקערט
איך האב פאר דיר בעסער, גלויב'זשע מיר ס'איז ווערד
אויף מארגן האט רחל'ע אויסגעהויכט איר הייליגע נשמה
אבער אירע צובראכענע עלטערן
טרעפן אין דעם זייער נחמה
און כאטשיג זי איז שוין מער נישט דא מיט אונז
קלינגען אירע ווערטער און פיל חיזוק ס'גיט אונז
דער רבונו של עולם איז א חלק פון אונז
און יעדער איד איז ביי אים טייער
ווי א פרינצעס און א פרינץ
אונז מעג מיר בעטן טאטי'ן פאר אלעס
ער הערט און ענטפערט אויף כל משאלות
•••
דער בחור האט חן
ער טוט הויעך שטיין
שוין זעקס און צוואנציג און נאך אלס אליין
ווי פון הימל א גזירה
ער האט נישט קיין ברירה
"איך בין מוותר אויף אלעם"
כאטש אן אשה כשרה
די שדכנים מיט בלוט
ס'זעט שוין אויס גוט
אבער די מיידל'ס טאטע, אין די לעצטער מינוט
צום שידוך נישט מסכים
דער רב האט גע'פסקינט
די בחור פרעגט "פארוואס?" ווייל מ'האט ניין גע'חתמ'עט
מיין טעלעפאן רינגט
עס ווארפט זיך עס קלינגט
איך הייב אויף "העלא"
דער בחור ער שלינגט
"מיכאל, ס'איז אויס"
די ווערטער קומען קוים ארויס
"איך האלט, איך האלט עס נישט אויס!"
איך דערצייל אים פון רחל
און אז דער כל יכול
וועט אים שיקן א כלה בתוף ובמחול
דו מיינסט אז ס'איז ביטער
ער איז דאך א גוטער
דער באשעפער ענטפערט דיר
דעם ענטפער, דער דריטער
•••
ס'האט נישט לאנג געדויערט
איך קום פון עירפארט
אין זאל ביי די מוזיק טרעף איך מיין ארט
איך טוה אינטרעדוסן
א כלה מיט איר חתן
לעבעדיג, טאנצט א יעדער לקראתן
א גליקליכער פאר
דער חתן איז עלטער אפאר יאר
און די כלה איז צופרידן, ער איז באזעסן און מעטשור
דער חתן זאגט מיר מזל טוב (מזל טוב)
ס'איז נישט פארלוירן מיין האף
מיכאל, ביסט געווען גערעכט, סוף כל סוף
ווייל דער באשעפער איז א גוטער
נאר גוטס טוט ער
אמאל ענטפערט ער, אן ענטפער א דריטער
נישט יא און נישט שפעטער
ווייל עפעס בעסער זעט ער
געטרױ, געטרױ מיך איך בעט דיר
געשתדל'ט אין אלע געסער
פרובירט ברעכן שלעסער
אבער ער ענטפּערט "מיין קינד, איך האב עפעס בעסער"
דיינע תפילות געהערט
זיין ענטפער צוריק געקערט
איך האב עפעס בעסער, גלויב'זשע מיר ס'איז ווערד
•••
ווי שטארקער אט ווערסטו
ווען די לידעלעך הערסטו
זאלסט וויסן דער אלבום
איז מיר אנגעקומען די שװערסטע
כ'האב געהאפט צום ק-ל חנון
פון רחל'ען געטון דערמאנען
כ'האב זוכה געווען דעם ענטפער פארשטאנען
מ'האט גע'שתדל'ט אין אלע געסער
פרובירט ברעכען שלעסער
ער האט געענטפערט "מיכאל, עס קומט עפעס בעסער"
יעדענס תפלות געהערט
זיין ענטפער צוריק געקערט
כ'האב באקומען דאס בעסטע
גלייבט'ס מיר ס'איז ווערד
כ'האב באקומען דאס בעסטע
גלייבט'ס מיר ס'איז ווערד

Поcмотреть все песни артиста

Sanatçının diğer albümleri

Benzer Sanatçılar