צו געדענקסטו ווען געשריגן די האסט
און טרערן פון די אויגן געלאזט
צו זיך אליין גערעדט
שטילערהייט און בעט
און געמיינט אז ס'איז עק וועלט
צו גלייבסטו אז די שווערסטע נעכט
ווען די האסט געפילט פארלוירן און שלעכט
דיין הארץ איז דיר צושטורעמט
דאס האט דיך געפארעמט
און דיך אויף דיינע פיס געשטעלט
ווייל יעדע גריבעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט און עס טיילט
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאר
ווי גליקלעך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג
איין טאג איין טאג
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס'איז דיר געווען שווער
ביסטו געוואקסן מער
יעדער וואס האט ערגעץ דערגרייכט
האט א וועג אדורכגעמאכט
א טעות מאכט אונז בעסער
נסיונות מאכט אונז גרעסער
הארץ וויי איז א הארציגע שפראך
וואויל איז דער וואס שפירן טוט
אבער גלייבט אז ס'וועט נאך ווערן גוט
דיין הצלחה פון מארגן
זענען נעכטיגע זארגן
ווען די האסט געמיינט אז די ביסט שוואך
ווייל יעדע גריבעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט און עס טיילט
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפאר
ווי גליקלעך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג
איין טאג איין טאג
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס'איז דיר געווען שווער
ביסטו געוואקסן מער
די טאג וואס דו קומסט אן ווייט
וועסטו שטיין אין די זייט
ס'איז געווען א שווערע צייט
אבער אן דעם וואלט איך גארנישט געהאט
ווי גליקלעך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג
איין טאג איין טאג
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס'איז דיר געווען שווער
ווי גליקלעך ביסטו אז דו שפירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג
איין טאג איין טאג
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס'איז דיר געווען שווער
ביסטו געוואקסן מער
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri