Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - שופר şarkı sözleri

Sanatçı: Motty Ilowitz

albüm: רעיונות


ס'איז ערב ראש השנה
מ'שפירט דעם הייליגקייט
דער מנחת אלעזר
זיצט אין צימער פארטראכט
זיין מחזור
זיין שופר
אויפן טיש שוין גרייט
די לעצטע ראש השנה
אויף די וועלט פארבראכט
זיין קליין אייניקל הערשעלע
אריין צום זיידן טרעט
זיין בליק פאלט
צום שופר אויפן טיש
זיידע, איך וויל דאס הערן
בלאז פאר מיר - ער בעט
אבער דער צדיק ענטפערט
היינט בלאזט מען נישט
שעפעלע ניין
ער גיט צו פארשטיין
לייג דעם שופר'ל אראפ
מען בלאזט טאקע א גאנצן חודש
אבער היינט מען שטעלט זיך אפ
ער איז מסביר דעם תּינוק
אזוי איז די מנהג
ערב ראש השנה איז מען שטיל
ווייל צומישן דעם שלעכטן שטן מען וויל
אבער הערשעלע וויינט
פארשטייט נישט וואס ס'מיינט
איין תקיעה'לע בלאז
איך וויל נישט ווארטן ביז מארגן
?זיידע פארוואס
ווילסטו נישט יעצט, פארוואס
מיט רחמנות פארשוועמט
דער צדיק נעמט
דעם שופר לייגט ער צום מויל
וכל העם רואים את הקול
תּקיעה
תּרועה
אוי שברים
די קולות ברעכן אויף
אלע שערים
די שברים צובראכן
צעהאקט איז די תּרועה
אן אמת'ע קול פון בּכיה
ער שטייט דארט מיטן שופר
ער בלאזט
און בלאזט
און בלאזט
די טרערן פון זיינע אויגן
קען אנפילן א גלאז
דאס קינד ווערט בארואיגט
פון צימער גייט ארויס
דער צדיק זיינע הענט
שפרייט ער אויס
"טאטע זיסער
דו ביסט דער
וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען
אויפן אלטן מנהג
זיי מיר מוחל איך בעט-דיך
איך ווייס ס'איז נישט
די צייט פון שופר
כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע
ווען זיין קינד וויינט
פרעג איך דיר
איך ווייס וועסט זאגן
אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען
וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט
תּקע בּשופר גדול
די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע
ווען זיין קינד וויינט
אבינו אב הרחמן
המרחם רחם
וויאזוי האלטסטו אויס
דעם געשריי
קיין איין טאטע קען נישט זען
ביי זיך אינדערהיים
ווי זיין קינד וויינט
און עפעס טוט וויי
קוק ווי הויעך מ'וויינט ביי דיר
זיך אוועקדרייען דו טארסט-נישט
טאטעניו
דיין טיר פארמאך נישט
יעדן איינציג טאג
וואס מיטן שופר דו בלאזט-נישט
דער שטן ווערט רואיג
מיר ווערן צומישט
צובראכן און ארעם
פונקט ווי שברים
מיטן אטעם דעם לעצט
לבבות נשבּרות
פון אזויפיל צרות
צובראכן אויף צוזעצט
מחלות, פראבלעמען
כל מיני נעמען
ס'גיסט א ים פון טרערן
וויפיל מעג מען דען
דעם קול פון שברים הערן
מען זוכט רפואות
מען שרייט תּרועות
צוהאקט אויף פיצלעך צושניטן
חולי ישראל
תּרועות אין שפיטאל
קליינע קינדער וואס בליטן
דער פלאגט זיך מיט קינדער
דער בעט פון-דיר
לשובע ולא לרזון
וויפיל שברים און תרועה'ס
איז די שיעור צו בלאזן
אוי תּקיעה
תּרועה
אוי שברים
די קולות ברעכן אויף
אלע שערים
מיר ווארטן צו הערן
די איינע תּקיעה
דעם אמת'ן קול פון ישועה
שטיי דארט מיטן שופר
און בלאז
און בלאז
און בלאז
טו עס פאר דיינע קינדער
און פרעג שוין נישט פארוואס
די שטערקסטע תּקיעה
פון אלע תּקיעות גדולות
וכל העם רואים את הקולות
טאטע זיסער
דו ביסט דער
וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען
אויפן אלטן מנהג
זיי מיר מוחל איך בעט-דיך
איך ווייס ס'איז נישט
די צייט פון שופר
כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע
ווען זיין קינד וויינט
פרעג איך דיר
איך ווייס וועסט זאגן
אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען
וויאזוי קענסטו
שטיין אין א זייט
תּקע בּשופר גדול
די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע
ווען זיין קינד וויינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע
פאר זיין קינד
ווייל וואס טוט נישט א טאטע
ווען זיין קינד וויינט

Поcмотреть все песни артиста

Sanatçının diğer albümleri

Benzer Sanatçılar