Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - Tu BiShvat - חמשה עשר בשבט şarkı sözleri

Sanatçı: Motty Ilowitz

albüm: Tu BiShvat - חמשה עשר בשבט


מיר אַלע ווייסן
די הערצער אָנהייצן
א פראסט נעמט ארום אַלע היימער
פאַר שׁומרי תּורה
אן אלטע מסורה
עס איז ראשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער
אינדרויסן א שניי איז
בּיטער ווי א זית
שְבַט אינעם 15'טן שטיי'מיר
מיר צייגן אוּן טייטלען
מיט וואַרימקייט אָנקייטלען
עס איז רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער
חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְּאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ
ווייצלעך, גערשטלעך
טרויבּן, פייגן
מילגרוים, איילבּירטן, און טייטלען
מען בּעט דער פוּן אויבן
טוה אונז ניש'ט רויבּן
פוּן די נְחָמה וואָס מיר גליי'מיר
מיר גרויסע אוּן קליינע
קוּמען מיט א טענה
ווען איז רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער
מָשיח זאל קוּמען
זעהן שוין דעם סימן
נעמען פוּנעם בּוים אַלעס גיי'מיר
זיך קענען רימען
מיט אוּנז, דיינע בּלומען
ווען ס'וועט זיין רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער
חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְּאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ
ווייצלעך, גערשטלעך
טרויבּן, פייגן
מילגרוים, איילבּירטן, און טייטלען
אִילָן בַּמֶה אֲבָרֶכְךָ
שֶׁכָּל נְטִיעוֹת שֶׁנוֹטְעִין מִמְךָ
יִהְיוּ יִהְיוּ יִהְיוּ כְּמוֹתְךָ
אֶרֶץ חִטָּה וּשְׂעֹרָה
מיר בּעטן דיר בּורא
א תּפילה א ריינע
נעם דיינע פּירות אין בּית המקדש
די חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ

Поcмотреть все песни артиста

Sanatçının diğer albümleri

Benzer Sanatçılar