העי אוי וויי אוי וויי אוי וויי אוי וויי אוי וויי וויי
כי עליך הורגנו
נחשבנו
כצאן טבחה
שטייט געשריבן
זאגט רבי יהודא ס'מיינט די פרוי
מיט אירע קינדער זיבן
זיבן
(זיבן)
דער קייזער הייסט דעם קינד ברענגען
באפעלט א שטרענגען
זעסט דעם צלם?
ביי מיין בענקל
ביק זיך צום צלם
זאגט דאס קינד
ניין, אן א קווענקל
ניין קעניג
(ניין קעניג)
ווייל עס שטייט אנכי השם אלקיך
די רשעים נעמען די קינד צו זיין לעבן א סוף
יתומים היינו ואין אב
דאס צווייטע קינד שטייט אין רייע
מיט א פחד
הערט דעם קעניג
און לאזט א טרערל
דער קעניג זאגט אים
זיי נישט נאריש
גיב א הערל
(בייג זיך)
(בייג זיך שוין ביק זיך)
(ביק זיך שוין ביק)
ניין ווייל עס שטייט לא יהיה לך
אלקים אחרים
על פני
די רשעים נעמען ווייטער די זעלבע שריט און פארגיסן פון דעם קינד אומשולדיג בלוט
אוי וויי
דאס דריטע קינד שלעפט זיך א געפירטע
געטריבן דורך ווילדע לייט מושטירטע
קום שוין קום, גענוג איז גענוג
סך הכל בעט מען דיר געב זיך א ביק
(בייג זיך)
(ביק זיך, בייג זיך)
ניין! איך קען נישט
איך קען נישט קייזער
ווייל עס שטייט זובח לאלקים יחרם
בלתי לשם לבדו
די רשעים נעמען דאס קינד און הייבן אים אויף
מען טראגט אים ארויס
און מ'הרג'עט אים גלייך דערויף
דאס פערטע קינד שטייט אויף דער פאדלאגע
וויל האלטן שטארק די אידישע הנהגה
זיי נישט קיין נאר קוק נישט צוריק
גיב זיך כאטש א קליינטשיג ביק
איך קען נישט קייזער
ווייל ס'שטייט לא תשתחוה לאל אחר
גרעסער פון מיין גאט ביזטו נישט
דו גרויסע מאכער
די רשעים צו אזא ארבעט פלייסיג
מיט רשעות בייסיג
אים אויך ערלעדיגט כעסיג
אט ברענגט מען שוין דעם פינפטן
צו דעם קייזער
אזא רשעות'דיגע מענטשקע
אן זיידענע הענטשקע
צו דעם קינד געבט ער א פלעטשקע
ביק זיך צום געטשקע
ניין קעניג
ווייל עס שטייט שמע ישראל השם אלקינו
השם אחד
מער פון דארט איז ער נישט געגאנגען אין חדר
על קידוש השם אויסגעהויכט ליידער ליידער
דאס זעקסטע איז א זיסע קינד א קליינטשיגס
ארום אים בארבאריש הענט מיט קאנטשיגס
דער קייזער שרייט
זיי נישט אן עזות פנים ביי מיר אין וואוין
קום אהער צו דער עבודה זרה
און ביק זיך שוין שוין שוין
(ביק זיך)
שוין שוין
(ביק זיך)
שוין, שוין, שוין
שוין!
כ'קען נישט קייזער!
איך קען נישט... קייזער...
ווייל עס שטייט וידעת היום
והשבת אל לבבך
כי השם הוא האלקים בשמים ממעל
ועל הארץ מתחת
אין עוד
פלוצלונג אזוי דעם קינד מען שלעפט
הייליג און איידל די נשמה
גייט אויס פון די קלעפ
צום זיבעטן קינד זאגט דער קייזער
דו ביזט יונג דו ווילסט דאך נישט אזא פעטשקע
גיב דיר שיין א ביק צו דעם געטשקע
איך קען נישט פליז!
ווייל עס שטייט את השם האמרת
והשם האמירך היום
מיר האבן געשוואוירן אויף דעם געבאט
אז מיר בלייבן זיינע קינדער
און ער וועט אייביג בלייבן אונזער גאט
דא האט די קייזער אנגעהויבן שפירן שולדיג
עפעס א געפיל פאר דעם יונגסטן
כאטש ווייזן געדולדיג
זאגט דער קייזער איך האב א געדאנקע
איך וועל אראפווארפן מיין גושפנקא
דאס מיין איך מיין זיגל וועט פאלן צו דער ערד
און דו בייג זיך נאר אראפ אויפהייבן דאס
אזויפיל בין איך ווערד
ווא?
וועט מען זאגן האסט זיך נישט געביקט
נאר מיין זיגל מיר געגעבן צוריק
ניין ניין איך וויל נישט
א שאד קייזער זיך נארן
אויף דיין כבוד טוסטו זיך שפארן
אודאי דעם מלך מלכי המלכים וועל איך קוויקן
ניין איך וועל זיך נישט ביקן
די שלעכטע הענט הייבן אויף דעם יונגסטן ס'איז ביטער
איין מינוט, איין מינוט
דאס לעצטע קיש וויל איך אים געבן
בעט זיך די מוטער
מיין קינד מיין ליבלינג ווען דו גייסט ארויף אויבן
גיי צו טאטי אברהמ'ען
זאג אים
דו האסט געוואלט מקריב זיין איין קינד
פאר דעם אייבערשטנ'ס נאמען
אבער איך מאמע
האב מקריב געווען זיבן
און מיט קיין איין קינד אויף דער וועלט געבליבן
און דער מאמע איז אראפגעשפרינגען פון דאך
שרייט א בת-קול העכער די מזבחה
אם
הבנים
שמחה
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri