Kishore Kumar Hits

Lipa Schmeltzer - Partzufaihen - פרצופיהן şarkı sözleri

Sanatçı: Lipa Schmeltzer

albüm: BavLipa - בבליפא


כשם שפרצופיהן שונות
כך כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן שונות
כך כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
איינער האט א לאנגע נאז
מיין דרייווער האט ליב גראבע שיך
ס'דא ווער ס'האט א גרויע אויג
אן עסקן קעיק אין הערינג טינקט
דער לייגט דעם קוטשמע ביז'ן אויער
ווער ווייסט אינוועסט אין קוינס דערלייגט
קליינע הענט, ברייטע הענט, רויטע הענט פיצי פיס
פונקט ווי מען זעט אויס אנדערש,טראכט מען אנדערש
סּאיז א גמרא
עמיצער מוז זיך טענה'ען
א צווייטער וויל גאר רואיג
עמיצער האט ליב בלוי און רויט
זיין גערעכט איז אלץ א נויט
איינער וויל א שווארצע קאוט
דער צווייטער א תפילין בייטל האריג
יעדער וויל זאגן און יעדער וויל זינגען
טויזנט מיינונגען
שטייט דא א חבריא
טענה'ן זיי ביז דרייע
יעדער האט א דעה
דער פיפטער ברענגט א ראיה
איך לייג איין א מטבע
געהערט פון טאנטע חי
וואס ווייסט פון פעטער ישעי
דער נאכט משגיח שמעי
גערעכט גערעכט, ווער איז גערעכט
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן שונות
כך כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
כשם שפרצופיהן אינן שוות
כך אין דעותיהן שוות
ס'איז דא א גרופע יעדער זוכט דא די געפעל
און מ'שרייט א מעסעדזש פינף מינוט נאך א מזל כ'קען עס מאכן שנעל
איך זיך נישט צו זיין גערעכט איך האב עס פשוט ארויס
וואס זאל איך דיר זאגן ס'נישט איך איך ס'איז מיין עקספיריענס נו
וואס ווייסט זי?וואס ווייסט ער?וואס ווייסטו?כ'זאג דיר צי כ'פרעג דיר
איינער האט א דיקע שטימ
א עלעקטריק קאר פארט בעסער
די צווייטע האט ליב סאך סאך קרים
כ'שנייד די נעגל מיט א מעסער
זיין אפיניען קוים א ברים
כ'צאל דריי מאל די רענט ווי מיין שוואגער ווייל איך וואוין אויף די ביזי געסער
דו דרייווער דו געבסט קוים א טראפ
און באקומסט צוריק א שווים
ווייל יעדער האט א דעה
כ'זאג א ווארט א נייע
גענוג ביזט נישט מסייע
ברענגסט מיר א דבריא
לענגער ווי דיין פאה
זאל מיין גראז וואקסן ביז'ן הימל דארף איך אויך נישט דיין גראז שניידער הא, נא דאס איז נישט א אפיניען דאס איז א דמיון
וואס איז א דמיון אויב נישט א אפיניען, כ'מיין צו זאגן פארקערט
האלא וואס זאגסטו מיר דא יעצט אה האסט אויך אן אפיניען?נו זאגט שוי
די גמרא פארדעם זעסטו אויס
אנדערש ווי מיר חחח
לויט די גמרא האט יעדער איינער א וואויס
סיי די קליינע סיי די ביג בויס
אבער אמאל קען סתם זיין נויז
ווייל ס'שונות שוין-נויז
וואס ביי דיר קען מיינען א שיינע קאר
קען ביי יענעם מיינען טויס
אין דיין מיסט-קאסטן אפשר וויל עס
יענער אויפ'ן שויס
און וואס ביי דיר איז שמחת החיים קען
זיין אויפ'ן פיס ביי יענעם ווי א רויז
און וואס זאל איך דיר זאגן
אז א חסידות וואס איז גרויס
איז טאקע א גוטע טשויז
אבער ס'דא איינער וואס וויל דאווענען אין א קליינע קלויז
ווייל יעדער הערט אנדערש
ער... דא הערט ער דער באשעפער'ס וואויס
כך אין דעותיהן שוות
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
פרעגן און ענטפערן
טענה'ן און קעמפערן
שרייסט ווי טראמפייטערן
אין לעבן עס גייטער
אין זיין גערעכט
ווער איז גערעכט
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפרצופיהן שונות
כך דעותיהן שונות
כשם שפ'פרצי'פהן שונות
מיט גרויסע פער'פארציעס
זאגט יעדער איינער זייער
פרצפ'ישע מיינונגען
זאגט די גמרא די ענין פון
אפיניענס דאס איז
פונקט אזוי ווי מענטשן האבן
אזויפיל מינע פעיסעס
וואס האסטו געוואלט זאגן
איך וואלט נישט אריינגעלייגט יענעמ'ס וואויסנאוטס אן רשות, ס'איז נישט קלאסיש. איך הער... וועל איך עס אראפנעמען דעמאלטס, שוין

Поcмотреть все песни артиста

Sanatçının diğer albümleri

Benzer Sanatçılar