איך האב געווארט און געווארט אין ביהמ"ד אין א ווינקעל
דאס לעכטל אויפ'ן עמוד האט געטאנצט דאס לעצטע טאנץ
האט עס זיך פארלאשן ס'איז געווארן טינקעל
אט האט זיך עס צעפלאקערט אין גאר א נייער גלאנץ
איך האב געווארט און געווארט געמיינט אז דו וועסט קומען
כ'האב אזוי געוואלט דיר זען, אזוי געוואלט געפונען
כ'האב געווארט און געווארט אזוי א גאנצע נאכט
און געווארט און געווארט און גארנישט זיך דערווארט.
כ'האב געזוכט און געזוכט אין שטורעם און אין רעגן
אין גאלדענם פארנאכטס אין זילבערנעם פארטאגס
כ"האב געפרעגט און געפרעגט די היטערס פון די וועגן; הא, זיי האבן זיך צולאכט אין גארנישט מיר געזאגט.
כ'האב געזוכט און געזוכט טרערן פלעגן רינען
כ'האב אזוי געוואלט דיר זען אזוי געוואלט געפונען, כ'האב געזוכט און געזוכט אזוי א גאנצע נאכט, און געזוכט און געווארט און גארנישט זיך דערווארט.
ווען האב איך דיר דערזען, ווען האב איך דיר געפונען
ווען כ'האב שוין נישט געזוכט, און נישט געווארט שוין מער
ווען טרערן פון מיין אויג האבן שוין נישט גערינען
ווען פון בענקשאפט איז מיין הארץ געווארן ווי א שטיין
דערזען כ'האב דיין געשטאלט אזוי ווי אין א חלום
ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד, כעופר האילים
אזוי אנטלויפסטו מיר, קער זיך שוין צוריק
מיט א ליבשאפט אן א שיעור פון דיין פאטערליכן בליק.
Поcмотреть все песни артиста
Sanatçının diğer albümleri