דאס הארץ ווﬠרט מיר ﬠנג ווי איך גיי דיין זכרונות מיר ברﬠנגט מאמﬠנטן פון בﬠנגשאפט ﬠס קלונגט מיר אין די אויערן פון דאנסמאל אלס קינד דיינﬠ לידﬠר פארשפרייט ווי א ווינט גﬠזינגﬠן ביים שבת'דיגן טיש אין פיל אידישﬠ טויﬠרן מיינﬠ אויגן ﬠס ציﬠן צו דיר און די טרﬠרן זיי פליסן פון מיר ווﬠן איך הﬠר ווי מﬠן זינגט לא תבושי און דיין אני מאמין דﬠר אמרי אמת ﬠר דרייט זיך ארום זﬠהן דאס קינד מיט דﬠם הﬠרליכﬠן שטים צום רבין באהאפטן פון דאן די הייליגע מסורה ווﬠר קﬠן באגרייפן דעם טייטש ווﬠן דער טאטﬠ האט געהﬠרט פונעם דייטש נא זינגט יﬠצט דאס ליד וועלכע'ס מﬠן זינגט נאר אין בית החיים דערציטﬠרט זיין שטימﬠ דﬠרשטיקט ווי מﬠן שיסט דארט צוויי הונדﬠרט זיבﬠציג הייליגע נשמות פארציקט קל מלא שרייﬠן דיין אמונה! איז שווﬠר צו פארשטיין אין די פינסטﬠרﬠ נﬠכט דארט אליין געזינגﬠן אין לאגﬠר ביינאכט פאר אלע צוזאמﬠן אוי טאטﬠ אין ﬠולם הבא ביזט נהנה מזיו השכינה זﬠה ווי מיר גייﬠן דיר נאך דיינﬠ ﬠרליכﬠ דורות אין לאגער נאך פאר'ן עלות מודה אני גﬠזאגט קוים ארויס שרייט מﬠן אויס "לעבעדיג" צו זﬠהן ווﬠר ﬠס איז נאך בחיים אויך ביי שינדלﬠר אויפ'ן ליסט אין 8 לאגערן וויסט און פוסט נישט קיין קידוש קיין פיש נישט קיין ברויט אבﬠר אלﬠס מיט א שמייכל תהלה לדוד אבי דאס לﬠכטﬠלﬠ לייכט און הﬠלפט צו אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠהן בלב שבמוחי ﬠם שאר צדיקי ﬠולם דיינﬠ קינדﬠר וכל אשר בם זﬠה איך דיך זינגﬠן פאר אונז און פאר קודשא בריך הוא מזמור לדוד אבי דאס לﬠכטﬠלﬠ שיינט און הﬠלפט צו אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠהן בלב שבמוחי ﬠם שאר צדיקי ﬠולם דיינﬠ קינדﬠרלעך וכל אשר בם זﬠה איך דיך זינגﬠן פאר אונז און פאר קודשא בריך הוא טאטע אוי טאטע מיר בענקן נאך דיר. מזמור לדוד - אבי